
די NYC העלט דעפארטמענט ארבעט צו באשיצן און שטיצן דאס געזונטהייט פון ניו יארקער פון יעדן אפשטאם. מיר שטעלן צו סערוויסעס פאר ביליג ביז אומזיסט און אין מערערע שפראכן, אפגעזען פון אייער פינאנציעלע אדער אימיגראציע סטאטוס.
רוב פון די אינהאלט פון אונזער וועבזייטל איז אויף ענגליש, אבער איר האט דאס רעכט צו באקומען סערוויסעס אין אייער שפראך. דער בלאט שטעלט צו אינפארמאציע וועגן אונזערע הויפט סערוויסעס. פאר מער אינפארמאציע אויף די סערוויסעס אין אייער שפראך, רופט 311.
אויב האט איר סיי וועלכע פראגעס אדער זארגן וועגן אונזער דאלמעטשונג סערוויסעס אדער איבערזעצונגען, אימעיל'ט די העלט דעפארטמענט'ס שפראך סערוויס צוטריט פארוואלטער אויף languageaccess@health.nyc.gov.
צו נוצן Google Translate צו ליינען אונזער וועבסייט, דרוקט אויף Translate אויף די רעכטע זייט אויבן פון סיי וועלכע בלאט און וועלט אויס אייער שפראך.
Google Translate איז אן אוטאמאטישער פונקציע וואס גיבט נישט אייביג דער פונקטליכער איבערזעצונג.
ביים באזוכן דעם העלט דעפארטמענט אדער אן אנדערע שטאטישע אגענטור, ווייזט דעם איך רעד קארטל (PDF אין ענגליש) פאר א שטאב מיטגליד און זיי וועלן טרעפן א דאלמעטשער פאר אייך. שפראך סערוויסעס זענען אומזיסט ביי אלע ניו יארק סיטי אפיסעס און קליניקס.