
Human Resources Administration311
Search all NYC.gov websites
די יומען ריסורסעס אדמיניסטראציע (HRA) העלפט מער פון 3 מיליאן ניו יארקער. HRA שטעלט צו אומזיסטע דאלמעטשונג סערוויסעס אין מער ווי 200 שפראכן, ביי אלע וואלק-אין ערטער און איבער’ן טעלעפאן. די אגענטור שטעלט צו דאקומענטן אין מערערע שפראכן. אסאך HRA סערוויסעס זענען אוועילעבל אפגעזען פון אימיגראציע סטאטוס. עלטערן וואס זענען נישט בארעכטיגט קענען זיך איינגעבן אין נאמען פון זייער קינדער.
ערוואקסענע שוץ סערוויסעס (APS)
אפטיילונג פון היימלאזע סערוויסעס (DHS)
בארעכטיגטע פאמיליעס קענען מעגליך באקומען ביז 60 מאנאטן פון פעדעראלע באצאלטע קעש הילף אונטער די צייטווייליגע הילף פאר נויטבאדערפטיגע פאמיליעס (TANF) פראגראם. איינצעלנע מענטשן אן קינדער און פאמיליעס וועלכע האבן שוין באקומען קעש הילף פאר 60 מאנאטן קענען באקומען בענעפיטן אונטער די ניו יארק סטעיט זיכערהייט נעץ פראגראם (Safety Net Program).
יעדער איינער קען זיך איינגעבן אנליין אויף ACCESS HRA. בארעכטיגונג דאקומענטן קענען ווערן אפ’לאוד’עד און אן אינטערוויו קען ווערן געמאכט איבער’ן טעלעפאן. עס זענען אויך דא אפליקאציעס און מען קען באקומען הילף ביי אונזערע וואלק-אין בענעפיט עקסעס צענטערן.
אויב אייער קעש הילף בענעפיטן זענען געווארן גע’גנב’עט, קענט איר אריינגעבן א קלאגע זיי צו ערזעצן אנליין אדער דורך אריינגעבן א אויסגעפילטע פארם.
SNAP (פריער באקאנט אלס פוד סטעמפס) שטעלט צו עסנווארג הילף פאר נידריגע-איינקונפט ניו יארקער. אפליקאציעס זענען אוועילעבל אויף ACCESS HRA. עס איז נישט נויטיג אריינצוגעבן א באזונדערע SNAP אפליקאציע אויב איר האט שוין אריינגעגעבען אן אפליקאציע פאר קעש הילף.
HRA’ס אפיס פון טשיילד סאופארט סערוויסעס (OCSS) באדינט עלטערן און גארדיענס, אפגעזען פון איינקונפט און אימיגראציע סטאטוס. איר קענט גיין צו די OCSS אפיסעס אין יעדע בארא.
איר קענט זיך איינגעבן פאר Medicaid דורך HRA אויב איר זענט 65 יאר אלט אדער עלטער, אדער האט א דיסאביליטי. זיך איינגעבן קען מען אויף ACCESS HRA אדער רופט 347-396-4705 פאר אן אפוינטמענט. באזוכט NY State of Health פאר אנדערע פלענער.
היים קעיר פראגראמען העלפן בארעכטיגטע עלטערע אדער דיסעיבלד מענטשן צו בלייבן אינדערהיים זיכערערהייט. פאר הילף, רופט 718-557-1399 אדער באזוכט די HRA לאנג-טערמין קעיר וועבסייט.
די HASA מיסיע איז צוצושטעלן צוטריט צו וויכטיגע בענעפיטן און קעיס מענעדזשמענט פאר מענטשן וואס לעבן מיט AIDS אדער HIV, אפגעזען פון אימיגראציע סטאטוס.
APS שטעלט צו סערוויסעס פאר באגרעניצטע ערוואקסענער וואס זענען אין געפאר. רופט 718-557-1399 אדער פילט אויס א רעפערל אנליין.
Homebase העלפט אייך מיט א פלאן איבערצוקומען א האוזינג קריזיס. טרעפט אייער נענסטע Homebase אפיס דא.
אומזיסטע לעגאלע הילף פאר ארויסווארפונג (eviction), אימיגראציע, אדער ארבעטספלאץ פארלעצונגען דורך דעם Office of Civil Justice (OCJ).
דער HEAP פראגראם העלפט באצאלן הייצונג בילס און פאררעכטונגען. פארבינדט זיך אויף 718-557-1399.
IDNYC איז ניו יארק סיטי'ס אפיציעלע ID קארטל פאר אלע איינוואוינער פון 11 יאר און עלטער.
האלבע פרייז פאר סובוועיס און באסעס פאר בארעכטיגטע ניו יארקער. געבט זיך איין אויף ACCESS HRA.
צייטווייליגע האוזינג און שטיצע פאר איבערלעבער פון דאמעסטישע געוואלדטאטן. 24-שעה האטליין: 800-621-HOPE.
דער DHS ארבעט צו פארמיידן היימלאזיגקייט און צושטעלן פארזיכערטע שוץ. מער אינפארמאציע.