Department of Homeless Services311Search all NYC.gov websites

יידיש (Yiddish)

יידיש (Yiddish)

פאמיליעס מיט קינדער

אלע פאמיליעס מיט קינדער אונטער 21 יאר אלט, שוואנגערדיגע פרויען אדער פאמיליעס וואס פארמאגן שוואנגערדיגע פרויען מוזן זיך איינגעבן פאר א שעלטער ביי די DHS 'ס פארמיידונגס הילף און צייטווייליגע האוזינג (Prevention Assistance and Temporary Housing, PATH ) אינטעיק צענטער.
PATH געפונט זיך ביי:
151 East 151st Street Bronx, NY 10451
718-503-6400
אנצוקומען אהין, נעמט די 2, 4, אדער 5 באן צו 149th Street/Grand Concourse סטאנציע.

PATH איז אפן 24 שעה א טאג, יעדן טאג, אריינגערעכנט יעדע ענדע וואך און אויף אלע האלידעיס. אפליקאציעס ווערן פראצעסירט יעדן טאג צווישן 9:00 a.m . און 5:00 p.m .  אומזיסטע און קאנפידענציעלע שפראך סערוויסעס, אריינגערעכנט צייכן שפראך דאלמעטשער סערוויסעס, זענען אלעמאל דא צו באקומען.
פאמיליעס וואס געבן זיך איין פאר שעלטער ביי PATH זאלן מיטברענגען אידענטיפיקאציע פאר אלע מיטגלידער פונעם הויזגעזינד.
צו לערנען מער איבער PATH , דאונלאוד'ט אונזער בראשור.

ערוואקסענע פאמיליעס

אן ערוואקסענע פאמיליע איז סיי וועלכע פאמיליע אן קיין קליינע קינדער. דאס נעמט אריין פארהייראטע פארפעלקער, פארפעלקער וואס האבן א דאמעסטישע פארטנערשאפט, עלטערן און קינדער וואס זענען אלע העכער 21 יאר אלט, געשוויסטער אדער
מענטשן וואס קענען אויפווייזן אז זיי האבן אן "קעיר-נעמער" פארבינדונג (עמאציאנעל, פיזיש אדער
מעדיציניש). פאמיליעס וואס האבן געוואוינט צוזאמען פאר כאטש זעקס חדשים פון די פארגאנגענע יאר.
ערוואקסענע פאמיליעס מוזן זיך איינגעבן פאר א שעלטער ביי:

ערוואקסענע פאמיליע אינטעיק צענטער (AFIC )

333 Bowery
New York, NY 10003.
אנצוקומען אהין, נעמט די B ,D ,F ,M , צו Broadway-Lafayette (5-7 מינוט צו גיין). נעמט די 6 באן צו Bleeker Street (7–9-מינוט צו גיין).
AFIC איז אפן 24 שעה א טאג, אריינגערעכנט יעדע ענדע וואך און אלע האלידעיס. אומזיסטע און קאנפידענציעלע שפראך סערוויסעס, אריינגערעכנט צייכן שפראך דאלמעטשער סערוויסעס, זענען אלעמאל דא צו באקומען.

אלע מיטגלידער פון די פאמיליע זאלן מיטברענגען גילטיגע באווייז פון אידענטיפיקאציע און א ליסטע פון פריערדיגע אדרעסן, אריינגערעכנט סיי וועלכע באווייז פון וואוינארט וואס איז דא צו באקומען.

אומפארהייראטע ערוואקסענע

אלע אומפארהייראטע ערוואקסענע מענער מוזן זיך איינגעבן פאר שעלטער ביי:
8 E. 3rd Street
New York, NY 10003

אנצוקמען אהין, נעמט די 6 באן צו Spring Street (4-מינוט צו גיין), 6 באן צו Bleecker Street סטאנציע (4–7-מינוט צו גיין), B ,D ,F ,M צו Broadway-Lafayette Street סטאנציע (5-מינוט צו גיין).

די איינצעלנע ערוואקסענער אינטעיק איז אפן 24 שעה א טאג, אריינגערעכנט יעדע ענדע וואך און האלידעיס.
אומפארהייראטע ערוואקסענע פרויען קענען זיך אויך איינגעבן פאר א שעלטער ביי איינע פון די פאלגנדע צוויי לאקאציעס:
Help Women's Center
114 Snediker Avenue
Brooklyn, NY
אנצוקומען אהין, נעמט די L באן צו Atlantic Qve (5 מינוט צו גיין) אדער נעמט א באן צו Liberty Ave (8 מינוט צו גיין).

Franklin שעלטער
1122 Franklin Avenue (נעבן 166th Street)Bronx, NY 10456
אנצוקומען אהין, נעמט די 2 באן צו 149th Street אדער די BX 55 באס צו 166th Street און 3rd אוועניו.
אומפארהייראטע ערוואקסענע מוזן צוריקגיין צו זייער פריער-צוגעטיילטע שעלטער אויב מען האט דאס צוגעטיילט פאר זיי אין די לעצטע 365 טעג.

Ombudsman

די אפיס פונעם אמבודסמאן קען העלפן לעזן שעלטער פראבלעמען און זארגן אמבאלאנגט היימלאזיגקייט. קאנסטיטוענט סערוויסעס פארשטייער קענען אייך העלפן:

  • פארשטיין אייערע רעכטן און פאראנטווארטליכקייטן אין שעלטער און אינעם קאמיוניטי
  • אדרעסירן שעלטער זארגן
  • אויסגלייכן און געבן קאנפליקט לעזונגען
  • פארשטיין רענטאל הילף און בארעכטיגונג
  • זיך פארבינדען מיט אנדערע סיטי און קאמיוניטי סערוויסעס

זיי זענען אומאפהענגיג און ארבעטן נישט פאר שעלטער פראוויידערס. קאנסטיטוענטס קענען זיך פארבינדן מיט'ן אפיס פונעם אמבודסמאן אויף פיר אופנים:

  • שיקט אן אימעיל צו Ombudsman@dss.nyc.gov .
  • רופט די שעלטער האטליין אדער 311. די DSS אייננומער שעלטער האטליין נומער איז 718-557-1399. אפערעיטערס זענען אוועילעבל 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך.
  • שרייבט צו 109 E 16th Street, 8th floor, New York, NY 10003.
  • באזוכט פערזענליך 109 E 16th Street, 8th floor, New York, NY 10003. קאנסטיטוענטס ווערן אריינגענומען אויף א קומט ערשט, ווערט סערווירט ערשט באזיס צווישן 9:00am און 4:00pm פון מאנטאג - פרייטאג.

פאר מער ריסאורסעס אייך צו העלפן בלייבן אין אייער יעצטיגע היים, באזוכט די ניו יארק סיטי יומען ריסאורסעס אדמיניסטראציע וועבזייטל דורך'ן קליקן דא.