קאוויד -19 וואקסין

A booster that targets the COVID-19 variants? Bullseye.

View information about the COVID-19 vaccine in English

אלגעמיינע וואקסין אינפארמאציע

נייע בוּסטערס יעצט דא צו באקומען

נייע 'בייוועילענט' קאוויד-19 וואקסין בוּסטערס זענען יעצט דא צו באקומען פאר מענטשן פון זעקס חודשים און עלטער.

  • יעדער פון פינף יאר און עלטער וואס האט באקומען זייער לעצטע שאַט צום ווייניגטסנס צוויי חודשים צוריק זאל באקומען א 'בייוועילענט' בוּסטער, אפילו אויב זיי האבן שוין באקומען פריערדיגע בוּסטער שאַטס.
  • אלע קינדער פון זעקס חודשים ביז פיר יאר אלט וועלכע האבן באקומען זייער ערשטע סעריע וואקסינען פון Moderna זאלן באקומען א 'בייוועילענט' בוּסטער דאזע צום ווייניגסטנס צוויי חודשים נאך זייער לעצטע וואקסין דאזע.

די נייע וואקסינען זענען ספעציעל געמאכט אייך צו באשיצן סיי פון דעם אריגינעלן קאוויד-19 ווירוס און פון די אָומיקראן סאָבוואריאנטן BA.4 און BA.5.

איר קענט באקומען די נייע בוּסטער צוזאמען מיט אנדערע וואקסינען, און דערפאר זאלט איר מאכן אן אפּוינטמענט פאר אייער בוּסטער און אייער פלוּ שאַט נאך היינט.

לערנט מער איבערן באקומען די נייע בוּסטער


וואקסינען פארקלענערן אסאך די אויסזיכטן פון אינפעקציע, און זיי זענען גאר עפעקטיוו ביים פארמיידן שווערע קאוויד-19 קראנקהייט, האספיטאליזאציע און טויט רח"ל. וואקסינען זענען דא צו באקומען אן אפצאל אפגעזעהן פון אייער אימיגראציעס סטאטוס.

וואקסינאציע איז זיכערער ווי זיך איינשטעלן צו באקומען די עכטע קראנקהייט און לאנג-טערמיניגע געזונטהייט פראבלעמען פון קאוויד-19. אפילו מענטשן וועלכע האבן שוין געהאט קאוויד-19 זאלן וואקסינירט ווערן.

יעדער איינער זאל זיך האלטן צייטליך מיט זייערע וואקסינען — דאס הייסט באקומען סיי די ערשטע סעריע און סיי די רעקאמענדירטע בוּסטער שאַטס ווען בארעכטיגט דערפאר.


בוּסטערס

נייע Pfizer און Moderna קאוויד-19 וואקסינען בוּסטערס זענען יעצט דא צו באקומען. די נייע בוּסטערס ווערן גערופן 'בייוועילענט', און דאס מיינט אז זיי באשיצן סיי קעגן דעם אריגינעלן ווירוס וואס פאראורזאכט קאוויד-19 און אויך פון די אָומיקראן וואריאנטן BA.4 און BA.5. די בוּסטערס פארשטערקערן די שוץ וואס איר האט באקומען פון אייערע פריערדיגע דאזעס.

  • Moderna:
    • יעדער איינער פון זעקס חודשים און עלטער וואס האט באקומען די ערשטע סעריע וואקסינען פון Moderna זאל באקומען א 'בייוועילענט' בוּסטער דאזע צום ווייניגסטנס צוויי חודשים נאך זייער לעצטע וואקסין דאזע (אפילו אויב זיי האבן באקומען פריערדיגע בוּסטער שאַטס).
  • Pfizer:
    • יעדער איינער פון זעקס יאר און עלטער וואס האט באקומען די ערשטע סעריע וואקסינען פון Pfizer זאל באקומען א 'בייוועילענט' בוּסטער דאזע צום ווייניגסטנס צוויי חודשים נאך זייער לעצטע וואקסין דאזע (אפילו אויב זיי האבן באקומען פריערדיגע בוּסטער שאַטס).
    • קינדער פון זעקס חודשים ביז פיר יאר וועלכע האבן באקומען זייער ערשטע סעריע וואקסינען פון Pfizer זענען דערווייל נישט בארעכטיגט פאר א בוּסטער דאזע. קינדער אין די עלטער וועלכע האבן נישט באקומען אלע דריי דאזעס פון די ערשטע Pfizer וואקסין סעריע וועלן יעצט אבער יא באקומען א 'בייוועילענט' שאַַט אנשטאט זייער דריטע דאזע.

מענטשן פון זעקס יאר אוןן עלטער קענען באקומען אדער די Pfizer אדער די Moderna בוּסטער, אפגעזעהן פון וועלכע פירמע זייער פריערדיגער וואקסין איז געווען.

אויב איר האט לעצטנס געהאט קאוויד-19, קענט איר באשליסן צו ווארטן מיטן באקומען א בוּסטער ביז דריי חודשים נאך איר האט צום ערשט באקומען סימפטאמען, אדער – אויב איר האט נישט געהאט קיינע סימפטאמען – דריי חודשים נאך די טאג פון אייער טעסט. איר וועט מעגליך ווילן באקומען א בוּסטער דאזע פריער פון דריי חודשים נאך איר האט געהאט קאוויד-19 אויב איר האט גרעסערע אויסזיכטן פון שווערע קראנקהייט פון קאוויד-19 אדער פון עס נאכאמאל באקומען. רעדט צו אייער דאקטאר איבער ווען איר זאלט באקומען אייער קומענדיגן וואקסין.

פריער פון דריי חודשים נאך איר האט געהאט קאוויד-19 אויב איר האט גרעסערע אויסזיכטן פון שווערע קראנקהייט פון קאוויד-19 אדער פון עס נאכאמאל באקומען.

רעדט צו אייער דאקטאר איבער ווען איר זאלט באקומען אייער קומענדיגן וואקסין.


וואקסינאציעס פאר קינדער

קאוויד-19 וואקסינען און בוּסטערס זענען דא צו באקומען פאר קינדער פון זעקס חודשים און עלטער.

די וואקסינען וועלן העלפן אייער קינד צו אנטוויקלען אימיוניטי און זיי גיבן שוץ פון שווערע קראנקהייט און טויט ח"ו פון קאוויד-19. קינדער קענען באקומען ענליכע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) פון וואקסינאציע צו ערוואקסענע, מיט געווענטליכע מילדע ווירקונגען אנהאלטנדיג פאר איינס-צוויי טעג.

די מער אנשטעקיגע וואריאנטן פון קאוויד-19 וועלכע האבן זיך לעצטנס פארשפרייט האבן געברענגט דערצו אז פילע קינדער זענען קראנק געווארן, האספיטאליזירט געווארן און נפטר געווארן ל"ע. דער בעסטער וועג צו באשיצן אייער קינד איז זיי צו ברענגען צו וואקסינירט ווערן ווי שנעלער מעגליך.

אויב אייער קינד איז אריבער צו א העכערע עלטער גרופע דורכאויס אדער נאך זייער ערשטע וואקסין סעריע, רעדט מיט זייער דאקטאר איבער וועלכע וואקסין דאזעס זיי זאלן באקומען און ווען.

וואקסינאציע סקעדזשוּל פאר קליינע קינדער

קינדער דארפן באקומען דעם זעלבן וואקסין פאר זייער צווייטע (און דריטע) דאזעס פון זייער ערשטע וואקסין סעריע וואס זיי האבן באקומען פאר זייער ערשטע דאזע.

Pfizer

  • עלטער: זעקס חודשים ביז פיר יאר
  • דאזעס: דריי
  • סקעדזשוּל: צווייטע דאזע געגעבן צום ווייניגסטנס 21 טעג (דריי וואכן) נאך די ערשטע, און די דריטע דאזע געגעבן צום ווייניגסטנס 56 טעג (אכט וואכן) נאך די צווייטע. די דריטע דאזע איז א 'בייוועילענט' דאזע.
  • 'בייוועילענט' בוּסטער: נישט בארעכטיגט פאר א בוּסטער דאזע אין דעם צייט

Moderna

  • עלטער: זעקס חודשים ביז פינף יאר
  • דאזעס: צוויי
  • סקעדזשוּל: צווייטע דאזע געגעבן צום ווייניגסטנס 28 טעג (פיר וואכן) טעג נאך די ערשטע.
  • 'בייוועילענט' בוּסטער: צום ווייניגסטנס צוויי חודשים נאך די צווייטע דאזע. קינדער פון זעקס חודשים ביז פיר יאר מוזן באקומען א Moderna בוּסטער, און קינדער פון פינף יאר און עלטער קענען באקומען א בוּסטער אדער פון Moderna אדער פון Pfizer.

פרעגט אייער קינד'ס דאקטאר אויב זיי וועלן אפפערן וואקסינאציע. טייל פארמאסיס וועלן מעגליך אפפערן דעם וואקסין פאר קינדער פון דריי יאר און עלטער.


צושטימונג פארלאנגט

איינער פון די עלטערן אדער א גאַרדיען מוז פערזענליך אראפקומען צו גיבן זייער צושטימונג פאר זייער קינד צו וואקסינירט ווערן, אדער קענען זיי דאס גיבן איבער די טעלעפאן אדער אין שריפט — געוואנדן אין די וואקסינאציע פלאץ. זיי וועלן נישט דארפן גיבן א באווייז אז זיי זענען דאס קינד'ס עלטערן אדער גאַרדיען.

קינדער וואס זענען 15 יאר אלט אדער יונגער זאלן באגלייט ווערן צו די וואקסינאציע פלאץ דורך איינער פון די עלטערן אדער דורך א גאַרדיען אדער אן אנדערן ערוואקסענעם באשטימט דורך די עלטערן אדער גאַרדיען זיך אפצוגעבן מיט דאס קינד.


נאך דאזעס פאר מענטשן מיט אן אפגעשוואכטע אימיון סיסטעם

חוץ פון בוּסטערס, זאלן מענטשן מיט א מעסיג-ביז-שווער אפגעשוואכטע אימיון סיסטעם באקומען נאך א וואקסין דאזע אלץ טייל פון זייער ערשטע וואקסין סעריע.

די דאזע איז געווידמעט צו העלפן מענטשן וועמען'ס אימיון סיסטעם האט מעגליך נישט רעאגירט שטארק צו די ערשטע צוויי דאזעס צוליב א מעדיצינישע פראבלעם אדער באהאנדלונג. מענטשן פון זעקס יאר און עלטער וועלכע האבן באקומען די דאזע זאלן אויךך באקומען א בוּסטער דאזע ווען זיי זענען בארעכטיגט דערפאר.


יושר'דיגע און גלייכע צוטריט

די העלט דעפּארטמענט מאכט זיכער אז די צוטריט צו קאוויד-19 וואקסינען איז יושר'דיג און גלייך. מיר מאכן זיכער אז די קאמיוניטיס וואס זענען די שווערסטע באטראפן געווארן דורך די פאנדעמיע זאלן האבן צוטריט צו דעם וואקסין.

מענטשן מיט דיסאביליטיס

מענטשן מיט דיסאביליטיס קענען באקומען הילף צו מאכן א וואקסינאציע אפּוינטמענט ביי א צוגענגליכע פלאץ, צו פארן צו זייער אפּוינטמענט און באקומען זייער וואקסין. די סארט הילף הייסט א מעסיגע צושטעלונג.

איר קענט באקומען א מעסיגע צושטעלונג אויב איר האט שוועריקייטן מיט:

  • זעהן אדער הערן
  • טראכטן אדער זיך קאנצעטרירן
  • רעדן
  • נוצן אייערע הענט
  • אויספירן טאג-טעגליכע אויפגאבן
  • זיך אן עצה צו געבן מיט טרויעריגע אדער אנגעצויגענע געפילן
  • זיך באוועגן אדער ארויפגיין שטיגן.

כאטש דאס איז נישט א פולע ליסטע, זענען טייל אפטע ביישפילן פון מעסיגע צושטעלונגען: א ווילטשעיר צוגעשטעלט ביים אנקומען; אמעריקאנע הענט שפראך איבערזעצונג אדער איבערטייטשן דורכן אנרירן; א שטילע פלאץ אויב איר קענט נישט פארנעמען רוישיגע פלעצער; און אנווייזונגען מיט די מויל אדער פיזיש צו ארומגיין אין די וואקסינאציע פלאץ.

איר קענט פארלאנגען א מעסיגע צושטעלונג ווען איר מאכט אן אפּוינטמענט פאר אייער וואקסינאציע, דורך די סיטי'ס וועבזייטל צו מאכן אפּוינטמענטס אדער דורכן רופן 855-491-2667. איר קענט אויך בעטן א מעסיגע צושטעלונג פון די איינגעשטעלטע ביי א וואקסינאציע פלאץ וואס ווערט אנגעפירט דורך די סיטי אדער דורכן שיקן אן אימעיל צו hubaccess@health.nyc.gov פאר מער אינפארמאציע.

איר קענט זיך אויך איינשרייבן דורך די אינטערנעט צו וואקסינירט ווערן אינדערהיים אדער דורכן רופן 877-829-4692.

פאר מער אינפארמאציע, זעהט:


נאך רעסארסן

אלגעמיינע אינפארמאציע

קינדער, זיין טראגעדיג

FDA פאציענט אינפארמאציע בלעטער:

אנדערע סיטי, סטעיט און פעדעראלע רעגירונג וועבזייטלעך

מער אינפארמאציע