[ View information about COVID-19 in English ]
קאוויד-19 פארשפרייט זיך נאך אלץ אין ניו יארק סיטי און ארום די פאראייניגטע שטאטן.
איר קענט נאכפאלגן וויאזוי קאוויד-19 פארשפרייט זיך און וויפיל אין די סיטי זענען וואקסינירט אויף אונזער קאוויד-19: ציפערן בלאט.
וואקסינאציע איז די וויכטיגסטע מיטל וואס מיר האבן צו אפשטעלן די פארשפרייטונג, און עס איז קיינמאל נישט גרינגער געווען צו וואקסינירט ווערן. יעדער אומוואקסינירטער מענטש אין NYC וואס איז פינף יאר אדער עלטער קען באקומען אן אומזיסטן וואקסין נאך היינט ביי איינס פון די הונדערטע וואקסינאציע פלעצער ארום די סיטי. ניו יארקער קענען אויך אויסוועהלן צו וואקסינירט ווערן אינדערהיים.
וואקסין בוּסטער שאַטס זענען דא צו באקומען פאר אלע פולשטענדיג וואקסינירטע מענטשן פון 12 יאר און עלטער. די שאַטס פארשטערקערן אייער שוץ וואס איר האט פון די ערשטע וואקסין סעריע.
יעדער איינער זאל זיך טעסטן:
מענטשן וועלכע זענען וואקסינירט זאל זיך נאכאלץ טעסטן. די קאוויד 19 וואקסינען קענען אייך נישט מאכן טעסטן פאזיטיוו.
דער בעסטער וועג זיך צו שיצן און יענע ארום אייך פון קאוויד-19 איז צו וואקסינירט ווערן.
אויב איר זענט נישט וואקסינירט, טוט אייער חלק צו העלפן פארמיידן די פארשפרייטונג פון קאוויד-19 אין NYC דורך אונטערנעמען א פאר שריט יעדן טאג. דאס וויכטיגסטע — טראגט א מאסקע אין אלע פובליק פלעצער, אינדרויסן און אינעווייניג.
קאוויד-19: פארמיידט די פארשפרייטונג קארטל (PDF)
שווערע קראנקייט מיינט אז דער מענטש וואס האט קאוויד-19 דארף מעגליך אריינגיין אין שפיטאל, זיין אין אינטענסיוו קעיר אדער דארף האבן א ווענטילאטאר זיי צו העלפן אטעמען, אדער קענען אפילו שטארבן. מענטשן וועלכע האבן גרעסערע אויסזיכטן פון שווערע קראנקייט דארפן זיין פארזיכטיג און אויפפּאסן אויף זייער געזונט. די אויסזיכטן פון שווערע קאוויד-19 קראנקייט ווערן גרעסער מיט עלטער, און עלטערע מענטשן האבן די גרעסטע אויסזיכטן.
מענטשן וועלכע באקומען קאוויד-19 בשעת'ן זיין טראגעדיג האבן גרעסערע אויסזיכטן צו שווער קראנק ווערן אדער שטארבן ל"ע פון קאוויד-19. שווערע קראנקייט קען אריינרעכענען האספיטאליזאציע, אינטענסיוו קעיר אדער דארפן א ווענטילעיטאר.
קאוויד-19 וואקסינאציע איז רעקאמענדירט פאר אלע מענטשן פון פינף יאר און עלטער, אריינרעכענענדיג מענטשן וועלכע זענען טראגעדיג, קימפעטארינס, נוירסן א בעיבי אדער מענטשן וועלכע ווילן טראגעדיג ווערן. די בענעפיטן פון באקומען א קאוויד-19 וואקסין דורכאויסן זיין טראגעדיג וועגן איבער סיי וועלכע באקאנטע אדער פאטענציאלע סכנות פון וואקסינאציע.
לאזט נישט אויס אייערע העלט קעיר אפּוינטמענטס דורכאויס אדער נאכן זיין טראגעדיג. אויב איר זענט קראנק אדער אויב איר האט קאוויד-19 סימפטאמען באלד פארן געבוירן, פארבינדט אייך מיט די פלאץ וואו איר פלאנט צו האבן די געבורט בעפאר איר קומט אן.
באהאנדלונגען פאר קאוויד-19 זענען דא צו באקומען פאר יעדן איינעם פון 12 יאר און עלטער וואס טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19. באהאנדלונגען זענען אומזיסט און קענען דעליווערט ווערן צו אייער היים ביז 24 שעה. די באהאנדלונגען קענען פארגרינגערן סימפטאמען און העלפן אייך האלטן אינדרויסן פון שפיטאל.
פאר מער אינפארמאציע, זעהט אונזער באהאנדלונגען בלאט.
דער קאוויד עפידעמיע האט גורם געווען פאר ניו יארקער דרוק, אויסשעפונג און אנגסט. אזוי ווי איר שיצט ווייטער אייער געזונט און קאמיוניטי, איז עס אויך וויכטיג צו שיצן אייער גייסטישע געזונט און אין זינען האבן אייער אלקאהאל ארייננעם און נארקאטיק באניץ.
עס זענען פארהאן כלים און שטיצע אייך צו העלפן זיך אן עצה געבן.
צו רעדן מיט א טרענירטע פראפעסיאנאל וואס קען צושטעלן שטיצע און רעקאמענדאציעס פאר קעיר, קאנטאקט NYC Well אדער NYC Project Hope.
פאר מער אינפארמאציע, באזוכט אונדזער גייסטישע געזונט און נארקאטיק קרום-באניץ בלאט.