
Civic Engagement Commission311
Search all NYC.gov websites
גייט צוריק צו די הויפט VLA בלאט

איבער וויילער שפראך הילף: די ניו יארק סיטי אקטיווע בירגערליכע פארמישונג קאמיסיע (NYC Civic Engagement Commission, CEC ) שטעלט צו שפראך סערוויסעס פאר וויילער מיט באגרעניצטע ענגליש קענטעניס (Limited English Proficiency, LEP ) דורכאויס וואלן. דער וויילער שפראך הילף (Voter Language Assistance, VLA ) פראגראם שטעלט צו דאלמעטשער סערוויסעס ביי געוויסע וואלן פלעצער אין די פאלגנדע שפראכן:
וואלן דאטומען:
דעדליינס:
צו זעהן אייער וויילער רעגיסטראציע סטאטוס, באזוכט דער BOE'סוועבזייטל אדער רופט 1-866-868-3692.
פאר די נאוועמבער אלגעמיינע וואלן, וועט VLA צושטעלן דאלמעטשער סערוויסעס אויף די פאלגנדע דאטומען:
אויסצוגעפונען אויב אייער וואלן לאקאציע וועט באקומען VLA דאלמעטשער סערוויסעס אין די קומענדיגע וואלן, באזוכט די "Early Voting Services Map" (פריע שטימען סערוויסעס מאפע) אדער "Election Day Services Map" (וואלן טאג סערוויסעס מאפע). איר קענט אויך טרעפן א צוגענגליכע "Early Voting Services List" (פריע שטימען סערוויסעס ליסטע) און "Election Day Services List" (וואלן טאג סערוויסעס ליסטע).
צו טרעפן אייער וואלן לאקאציע, באזוכט "Find My Poll Site" (טרעף מיין וואלן לאקאציע) און לייגט אריין אייער אדרעס צו טרעפן אייער וואלן לאקאציע. ביטע נעמט אין אכט אז אייער פריע שטימען לאקאציע קען זיין אנדערש פון אייער וואלן טאג לאקאציע, און די לאקאציע קען זיך מעגליך האבן געטוישט פון ווען איר האט געשטימט לעצטעס מאל.
ניו יארק סיטי באורד אָוו עלעקשענס(NYC Board of Elections ) שטעלט צו סערוויסעס אין די פאלגנדע קאונטיס און שפראכן:
אין די נאוועמבער אלגעמיינע וואלן, וועלן ניו יארקער שטימען פאר פעדעראלע, סטעיט און לאקאלע אמטן, אריינרעכענענדיג גאווערנאר און ליוטענאנט גאווערנער, סטעיט קאמפּטראלער, אטוירני דזשענעראל, פאראייניגטע שטאטן קאנגרעסמאן, סטעיט סענאטאר, אסעמבלי מיטגליד און געוויסע געריכטליכע אמטן. וויילער אין סיטי קאונסיל דיסטריקט 3 וועלן אויך ערוויילן א קאונסיל מיטגליד. די ספעציפישע אמטן אויף אייער בעלאט וועלן זיך ווענדן אויף וואו איר וואוינט.
אלע ניו יארק סיטי וויילער וועלן אויך האבן די געלעגנהייט צו שטימען אויף סיטי-ברייטע פארשלאגן אויפן בעלאט.
צו לערנען איבער יעדע פארשלאג אויפן בעאלט, דרוקט אויף די לינקס אונטן צו זעהן מער.
Click a topic, or press the enter key on a topic, to reveal its answer.
פארשלאג 1: אונטעראיילן פראצעדור פון ארויסגעבן א צושטימונג וואס קען צוריקגעצויגן ווערן ('ריוואָוקעבעל קאנסענט') פאר דער באנוץ מיט עפנטליכע שטח
וואס איר וועט זעהן אויף דער בעלאט
די בעלאט פארשלאג וועט מאכן די פראצעדור זיך צו קענען באנוצן מיט עפנטליכע שטח פאר צוועקן ווי ראמפעס, פלאנצונגען און קאפעיס מער איינפאך, דורכן אוועקנעמען פארלאנגטע געהערן און אויטאריטעט פון קאונסיל צו צוריקווייזן קאפעיס אויף סיידוואלקס, בשעת'ן ווייטער אויסהערן קאמענטארן פון דער קאמיוניטי און קאונסיל.
א שטימע פאר "יא" מאכט די פראצעדור פון נוצן עפנטליכע שטח שנעלער בשעת'ן ווייטער אויסהערן קאמענטארן פון דער קאמיוניטי.
א שטימע פאר "ניין" האלט ווייטער אן די לענגערע פראצעדור מיט א פארלאנגטע עפנטליכע געהער כדי צו קענען נוצן עפנטליכע שטח און קאונסיל איבערבליק פון סיידוואלק קאפעיס.
וואס די פארשלאג מיינט
"די פארשלאג זוכט צו טוישן וויאזוי ניו יארק סיטי גיבט ארויס פּערמיטס פאר עפנטליכע סיידוואלקס און געסער צו גענוצט ווערן פאר דרויסנדיגע סטרוקטורן ווי צום ביישפיל צוגענגליכקייט ראמפעס, בענק, עלעקטריציטעט זיילן, באס סטאנציע דעכלעך און דרויסנדיגע קאפעיס.
אזוי ווי עס איז יעצט, מוזן פּראפּערטי און ביזנעס אייגנטימער וועלכע ווילן נוצן עפנטליכע שטח באקומען ספעציעלע ערלויבעניש פון דער סיטי, גערופן ""ריוואָוקעבעל קאנסענט"". קודם, דארפן זיי אריינגעבן אפליקאציעס צו דער טראנספארטאציע דעפּארטמענט (Department of Transportation, DOT) אדער דער אפיס פון טעכנאלאגיע און ערפינדונג (Office of Technology and Innovation, OTI). די אגענטור איז דאן פארלאנגט צו אפהאלטן אן עפנטליכע געהער, און דער אפליקאנט מוז באצאלן צו פארעפנטליכן רעקלאמעס אין לאקאלע צייטונגען. קאמיוניטי באורדס, קאונסיל מיטגלידער און באראו פרעזידענטס מוזן אויך איינגעמאלדן ווערן. ספעציפיש ווען עס קומט צו סיידוואלק קאפעיס, קען די סיטי קאונסיל שטימען צו צוריקווייזן די פּערמיט אפילו נאך די DOT באשטעטיגט עס. די סיטי קען צוריקציהען די ערלויבענישן אין סיי וועלכע צייט, און די מענטשן\קערפערשאפטן וועלכע האבן א פּערמיט באצאלן א יערליכע באצאלונג.
אונטער דער פארשלאג, וועלן עפנטליכע געהערן ווערן אפציאנאל, מיינענדיג אז פילע אפליקאציעס וועלן קענען פאראויס גיין אן אפהאלטן אזא געהער. קאמיוניטי באורדס, קאונסיל מיטגלידער און באראו פרעזידענטס וועלן נאכאלץ דארפן איינגעמאלדן ווערן איבער דער אפליקאציע און וועלן קענען אריינגעבן קאמענטארן צו דער DOT אדער OTI, אבער זיי וועלן האבן ווייניגער פארמאלע איבערבליק שטאפלען. פּערמיט אפליקאנטן וועלן מער נישט באצאלן פאר צייטונג רעקלאמעס, אבער איינמעלדונגען וועלן נאכאלץ ארויפגעלייגט ווערן אויף דער City Record, דער סיטי'ס אפיציעלע עפנטליכע איינמעלדונג אויסגאבע. סיידוואלק קאפעיס וועלן באהאנדלט ווערן אויף דער זעלבער וועג ווי אלע אנדערע סארטן 'ריוואָוקעבעל קאנסענט', אוועקנעמענדיג דער סיטי קאונסיל'ס אויטאריטעט צו צוריקווייזן די פּערמיטס.
אויב די פארשלאג ווערט באשטעטיגט דורך וויילער, וועלן די נייע באשטעטיגונג פראצעדור און דאס אוועקנעמען פארלאנגטע געהערן און איבערבליק שטאפלען אריינגיין אין קראפט אום מערץ 1, 2027 און וועלן נישט ארויפגיין אויף פּערמיט פארלאנגען וועלכע זענען שוין אריינגעגעבן געווארן. "
פארשלאג 2: רעדוצירן פארלאנגטע פאפירן פון סיטי קאנטראקטארס; פארלאנגען רעגלמעסיגע זיצונגען פון קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד
וואס איר וועט זעהן אויף דער בעלאט
די בעלאט פארשלאג וועט רעדוצירן פארלאנגטע פאפירן פון דער סיטי'ס קאנטראקטארס דורכן אויטאריזירן די קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד (Procurement Policy Board) צו פשוט'ער מאכן קאנטראקטאר פראגע בויגן. פארלאנגען זיצונגען יעדע פערטל יאר פון דער קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד. אוועקנעמען פארלאנגטע געהער פאר פארלאנגטע קליענט סערוויסעס באריכט.
א שטימע פאר "יא" ענדערט די אויטאריטעט פון דער קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד, אריינרעכענענדיג פשוט'ער מאכן קאנטראקטאר פראגע בויגן. אויטאריזירן מעיאר צו ווייטער איבערגעבן אחריות פאר באשטעטיגונג פון געוויסע קאנטראקטן.
א שטימע פאר "ניין" לאזט דעם געזעץ אומגעטוישט, מיט מעיאר און קאמפּטראלער ווייטער אנהאלטנדיג לענגערע פראגע בויגן.
וואס די פארשלאג מיינט
"די פארשלאג זוכט צו טוישן דער סיטי'ס קאנטראקט פראצעדור, וואס באשטימט וויאזוי די סיטי נעמט אויף ביזנעסער און נאָנ-פּראפיט ארגאניזאציעס צו צושטעלן פראדוקטן און סערוויסעס. עס וועט אויך פארלאנגען רעגלמעסיגע זיצונגען דורך דער קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד (Procurement Policy Board, PPB), וועלכע באשטימט די פארשריפטן פאר סיטי קאנטראקטן.
אזוי ווי עס איז יעצט, מוזן קערפערשאפטן וועלכע ווילן באקומען א קאנטראקט אלע אויספילן דעם זעלבן דעטאלירטן פראגע בויגן, וואס ווערט איבערגעארבעט דורך דעם מעיאר'ס אפיס פון קאנטראקט סערוויסעס (Mayor's Office of Contract Services, MOCS) און דורך דעם קאמפּטראלער, אפגעזעהן פון דער ווערט פון דעם קאנטראקט. אונטער דער פארשלאג, וועט די PPB באשטימען די אינהאלט פון דעם פראגע בויגן, און זיי וועלן קענען רעדוצירן די פארלאנגען פאר געוויסע קאנטראקטן, ווי צום ביישפיל פאר קלענערע קאנטראקטארס אדער קאנטראקטן מיט א קלענערע ווערט. פאר ערלויבענישן וואס די סיטי גיבט צו נוצן עפנטליכע שטח (פרענטשייזעס) אדער סיטי פּראפּערטי (קאנסעשענס) פאר ביזנעס צוועקן, וועט די פרענטשייז און קאנסעשען איבערבליק קאמיטע (Franchise and Concession Review Committee) האבן די זעלבע אויטאריטעט.
אגענטורן וועלכע גיבן ארויס קאנטראקטן פאר דירעקטע סערוויסעס ווי שעלטערס, דזשאב טרענירונג פראגראמען און יונגווארג סערוויסעס מוזן יעצט אנטוויקלען א יערליכן פלאן פאר די קאנטראקטן. אונטער דער פארשלאג, וועלן די אגענטורן מער נישט דארפן אפהאלטן אן עפנטליכע געהער איבער זייער פארגעשלאגענעם פלאן, אבער זיי וועלן נאכאלץ דארפן פארעפנטליכן אן ענדגילטיגן פלאן יעדעס יאר.
אזוי ווי עס איז יעצט, קען דעם מעיאר'ס אפיס איבערגעבן קאנטראקט באשטעטיגונג אויטאריטעט פאר בעאמטע וואס זענען אחריות אויף קאנטראקטן ביי דער אגענטור, אבער נישט פאר געוויסע קאנטראקטן אין ווערט פון איבער 5 מיליאן דאלאר. די פארשלאג זוכט צו ערלויבן דעם מעיאר'ס אפיס צו איבערגעבן די אויטאריטעט פאר באשטעטיגונג אויך פון די קאנטראקטן, מיט דער באשטעטיגונג פון דער אגענטור'ס קאמישאנער.
אונטער סטעיט געזעץ, קען די סיטי יעצט אננעמען קאמענטארן פון דער פובליקום איבער געוויסע קאנטראקטן פון א העכערע ווערט אנשטאט אפהאלטן אן עפנטליכע געהער מיט פיזישע באטייליגונג. אונטער דער פארשלאג וועט די אפציע ווערן פערמאנענט אין סיטי געזעץ, און די PPB וועט באשלוסן ביי וועלכע ווערט פון א קאנטראקט עס וועט זיין פארלאנגט צו באשטימען א צייט אפשניט צו אננעמען קאמענטארן פון דער פובליקום.
צום לעצט, די PPB איז יעצט נישט פארלאנגט זיך צו טרעפן אויף סיי וועלכע רעגלמעסיגע סקעדזשול, און די פארשלאג וועט זיי פארלאנגען זיך צו טרעפן צום ווייניגסטנס איינמאל יעדע דריי חודשים.
אויב באשטעטיגט דורך וויילער, וועט די PPB זיצונג סקעדזשול אריינגיין אין קראפט אום יאנואר 1, 2027, און זיי וועלן ערלויבט ווערן צו באשלוסן די ווערט פון א קאנטראקט פון וועלכע עס וועט זיין פארלאנגט צו האבן א צייט אפשניט פאר קאמענטארן דורך דער פובליקום אנגעהויבן פון אקטאבער 1, 2030. אלע אנדערע חלקים פון דער פארשלאג וועלן אריינגיין אין קראפט אויף א באלדיגן פארנעם אויב און ווען עס ווערט פעסטגעשטעלט אז די וויילער האבן דאס באשטעטיגט. "
פארשלאג 3: אונטעראיילן גאס זיכערהייט פראיעקטן, אייגנטום טראנספער פון אומבאנוצטע סיטי פּראפּערטיס, אפיס ליעסינג
וואס איר וועט זעהן אויף דער בעלאט
די בעלאט פארשלאג וועט פשוט'ער מאכן די איבערבליק פון גאס זיכערהייט פראיעקטן צו פארקורצערן דויערונג ביז קאנסטרוקציע. אונטעראיילן אייגנטום טראנספער פון אומבאנוצטע סיטי פּרארפּערטיס מיט באשטעטיגונג פון סיטי פלאנירונג קאמיסיע (City Planning Commission). אונטעראיילן דאס ליעסען אפיסעס גענוצט פאר סיטי רעגירונג ארבעטסקראפט.
א שטימע פאר "יא" מאכט פשוט'ער גאס פראיעקט באשטעטיגונג, סיטי פּראפּערטי טראנספער און אפיס ליעסינג.
א שטימע פאר "ניין" האלט ווייטער אן פארלאנג זיך צו דורכרעדן אינערהאלב אגענטור פאר שאסיי פראיעקטן, קאונסיל באשטעטיגונג פאר סיטי פּראפּערטי טראנספער און קאונסיל'ס אויטאריטעט צו צוריקווייזן אפיס ליעסעס.
וואס די פארשלאג מיינט
"די פארשלאג זוכט צו טוישן דער סיטי'ס קאנטראקט פראצעדור, וואס באשטימט וויאזוי די סיטי נעמט אויף ביזנעסער און נאָנ-פּראפיט ארגאניזאציעס צו צושטעלן פראדוקטן און סערוויסעס. עס וועט אויך פארלאנגען רעגלמעסיגע זיצונגען דורך דער קאנטראקט פראצעדור פּאליסי באורד (Procurement Policy Board, PPB), וועלכע באשטימט די פארשריפטן פאר סיטי קאנטראקטן.
אזוי ווי עס איז יעצט, מוזן קערפערשאפטן וועלכע ווילן באקומען א קאנטראקט אלע אויספילן דעם זעלבן דעטאלירטן פראגע בויגן, וואס ווערט איבערגעארבעט דורך דעם מעיאר'ס אפיס פון קאנטראקט סערוויסעס (Mayor's Office of Contract Services, MOCS) און דורך דעם קאמפּטראלער, אפגעזעהן פון דער ווערט פון דעם קאנטראקט. אונטער דער פארשלאג, וועט די PPB באשטימען די אינהאלט פון דעם פראגע בויגן, און זיי וועלן קענען רעדוצירן די פארלאנגען פאר געוויסע קאנטראקטן, ווי צום ביישפיל פאר קלענערע קאנטראקטארס אדער קאנטראקטן מיט א קלענערע ווערט. פאר ערלויבענישן וואס די סיטי גיבט צו נוצן עפנטליכע שטח (פרענטשייזעס) אדער סיטי פּראפּערטי (קאנסעשענס) פאר ביזנעס צוועקן, וועט די פרענטשייז און קאנסעשען איבערבליק קאמיטע (Franchise and Concession Review Committee) האבן די זעלבע אויטאריטעט.
אגענטורן וועלכע גיבן ארויס קאנטראקטן פאר דירעקטע סערוויסעס ווי שעלטערס, דזשאב טרענירונג פראגראמען און יונגווארג סערוויסעס מוזן יעצט אנטוויקלען א יערליכן פלאן פאר די קאנטראקטן. אונטער דער פארשלאג, וועלן די אגענטורן מער נישט דארפן אפהאלטן אן עפנטליכע געהער איבער זייער פארגעשלאגענעם פלאן, אבער זיי וועלן נאכאלץ דארפן פארעפנטליכן אן ענדגילטיגן פלאן יעדעס יאר.
אזוי ווי עס איז יעצט, קען דעם מעיאר'ס אפיס איבערגעבן קאנטראקט באשטעטיגונג אויטאריטעט פאר בעאמטע וואס זענען אחריות אויף קאנטראקטן ביי דער אגענטור, אבער נישט פאר געוויסע קאנטראקטן אין ווערט פון איבער 5 מיליאן דאלאר. די פארשלאג זוכט צו ערלויבן דעם מעיאר'ס אפיס צו איבערגעבן די אויטאריטעט פאר באשטעטיגונג אויך פון די קאנטראקטן, מיט דער באשטעטיגונג פון דער אגענטור'ס קאמישאנער.
אונטער סטעיט געזעץ, קען די סיטי יעצט אננעמען קאמענטארן פון דער פובליקום איבער געוויסע קאנטראקטן פון א העכערע ווערט אנשטאט אפהאלטן אן עפנטליכע געהער מיט פיזישע באטייליגונג. אונטער דער פארשלאג וועט די אפציע ווערן פערמאנענט אין סיטי געזעץ, און די PPB וועט באשלוסן ביי וועלכע ווערט פון א קאנטראקט עס וועט זיין פארלאנגט צו באשטימען א צייט אפשניט צו אננעמען קאמענטארן פון דער פובליקום.
צום לעצט, די PPB איז יעצט נישט פארלאנגט זיך צו טרעפן אויף סיי וועלכע רעגלמעסיגע סקעדזשול, און די פארשלאג וועט זיי פארלאנגען זיך צו טרעפן צום ווייניגסטנס איינמאל יעדע דריי חודשים.
אויב באשטעטיגט דורך וויילער, וועט די PPB זיצונג סקעדזשול אריינגיין אין קראפט אום יאנואר 1, 2027, און זיי וועלן ערלויבט ווערן צו באשלוסן די ווערט פון א קאנטראקט פון וועלכע עס וועט זיין פארלאנגט צו האבן א צייט אפשניט פאר קאמענטארן דורך דער פובליקום אנגעהויבן פון אקטאבער 1, 2030. אלע אנדערע חלקים פון דער פארשלאג וועלן אריינגיין אין קראפט אויף א באלדיגן פארנעם אויב און ווען עס ווערט פעסטגעשטעלט אז די וויילער האבן דאס באשטעטיגט. "
פארשלאג 4: פשוט'ער מאכן געביידע פּערמיטס און אריבערפירן וואסער ברעג פּערמיטס צו דעפּארטמענט פון געביידעס
וואס איר וועט זעהן אויף דער בעלאט
די בעלאט פארשלאג וועט שאפן א פאראייניגטע קאנסטרוקציע פּערמיטס צענטער צו פשוט'ער מאכן פּערמיט פראצעדורן. אריבערפירן וואסער ברעג פּערמיטס פון דעפּארטמענט פון קליינע ביזנעס סערוויסעס (Department of Small Business Services) צו דעפּארטמענט פון געביידעס (Department of Buildings). ערלויבן קאנסטרוקציע באשטעטיגונג דורך מער דעפּארטמענט פון געביידעס בעאמטע.
א שטימע פאר "יא" מאכט פּערמיט פראצעדור פשוט'ער דורכן אויטאריזירן א פאראייניגטע פּערמיט צענטער, אריבעררוקן וואסער ברעג פּערמיטס צו דעפּארטמענט פון געביידעס און ערלויבן מער דעפּארטמענט פון געביידעס בעאמטע צו ארויסגעבן באשטעטיגונגען.
א שטימע פאר "ניין" לאזט דעם געזעץ אומגעטוישט.
וואס די פארשלאג מיינט
"די פארשלאג זוכט צו טוישן וויאזוי ניו יארק סיטי באהאנדלט קאנסטרוקציע און געביידע פּערמיטס און באשטעטיגונגען. עס וועט אויטאריזירן מער אגענטור בעאמטע צו באשטעטיגן קאנסטרוקציע פראיעקטן, שאפן א צענטראליזירטע קאנסטרוקציע פּערמיט סיסטעם און אריבערפירן די אחריות אויף וואסער ברעג קאנסטרוקציע פּערמיטס צו דער דעפּארטמענט פון געביידעס (Department of Buildings, DOB).
אזוי ווי עס איז יעצט, קען דער DOB קאמישאנער נאר באשטימען א באגרעניצטע צאל בעאמטע צו קענען באשטעטיגן קאנסטרוקציע דאקומענטן. די פארשלאג זוכט צו ערלויבן דעם קאמישאנער צו באשטימען נאך בעאמטע מיט דער אויטאריטעט, פארגרעסערנדיג די צאל בעאמטע וועלכע זענען אויטאריזירט צו באשטעטיגן פּערמיטס. אין דער טשאַרטער, וועלן באראו סוּפּעראינטענדענטס אפיציעל גערופן ווערן באראו קאמישאנערס צו אפשפיגלען זייערע היינטיגע טיטלען.
אפליקאנטן וועלכע זוכן צו באקומען קאנסטרוקציע פּערמיטס מוז יעצט אריינגעבן דאקומענטן צו מערערע סיטי אגענטורן דורך באזונדערע סיסטעמען. אונטער דער פארשלאג, וועט די DOB געפאדערט ווערן צו אנטוויקלען איין איינצלנע צענטראליזירטע סיסטעם צו אריינגעבן פערמיט אפליקאציעס און באקומען באשטעטיגונג ביז 2030, און אלע סיטי אגענטורן וועלן געפאדערט ווערן צו נוצן די סיסטעם.
צום לעצט, די דעפּארטמענט פון קליינע ביזנעס סערוויסעס (Department of Small Business Services, SBS) איז יעצט פאראנטווארטליך איבער פּערמיטס פאר געוויסע וואסער ברעג סטרוקטורן, אריינרעכענענדיג ים-פארבינדענע געביידעס. אונטער דער פארשלאג, וועט די פאראנטווארטליכקייט אריבערגיין פון דער SBS צו דער DOB, אבער עקזיסטירנדע פּערמיטס און באשטעטיגונגען וועלן בלייבן אומגעטוישט.
די ענדערונגען וועלן אריינגיין אין קראפט אויף א באלדיגן פארנעם אויב און ווען עס ווערט פעסטגעשטעלט אז די וויילער האבן דאס באשטעטיגט, חוץ פון די אריבערגאנג פון וואסער ברעג קאנסטרוקציע פּערמיט פאראנטווארטליכקייט וואס וועט אריינגיין אין קראפט אום דעצעמבער 31, 2030, אדער ווי נאר נייע וואסער ברעג-סטרוקטור רעגולאציעס ווערן אנגענומען און גייען אריין אין קראפט. "
פארשלאג 5: אוועקשטעלן ביישטייערונג ציהלן פאר רעזערוו קאסע (Rainy Day Fund) צו שטופן פאר גענוג גרויסע בודזשעט רעזערוון
וואס איר וועט זעהן אויף דער בעלאט
די בעלאט פארשלאג וועט אוועקשטעלן א ציהל פאר א סומע געלט צו געהאלטן ווערן אין רעזערוו קאסעס, אריינרעכענענדיג די קאסע 'לכל צרה שלא תבוא', צו אדרעסירן אומערווארטעטע פינאנציעלע שוועריגקייטן אין צוקונפטיגע יארן און פארלאנגען אנטוויקלונג פון א סיסטעם צו אויסרעכענען ביישטייערונגען.
א שטימע פאר "יא" פארלאנגט פון דעם מעיאר צו אנטוויקלען א סיסטעם צו אויסרעכענען די סומעס צו אריינגעלייגט ווערן אין רעזערוו קאסעס, מיט אריינגעלייגטע סומעס דארפנדיג באשטעטיגט ווערן אין דער סיטי בודזשעט.
א שטימע פאר "ניין" לאזט דעם געזעץ אומגעטוישט, אן קיין ציהל פאר די רעזערוון.
וואס די פארשלאג מיינט
"די פארשלאג זוכט צו אוועקשטעלן ציהלן פאר דער סיטי'ס עמערדזשענסי רעזערוו קאסע (Rainy Day Fund) און פארלאנגען די סיטי צו פארעפנטליכן א פלאן איבער וויאזוי זי וועט אריינלייגן געלט אין דער קאסע.
אין 2019, האבן וויילער באשטעטיגט די אוועקשטעלונג פון אן עמערדזשענסיס רעזערוו קאסע, וואס ערלויבט די סיטי צו אוועקלייגן געלט צו גענוצט ווערן דורכאויס עקאנאמישע שווערע צייטן, עמערדזשענסיס אדער אומערווארטעטע נידעריגע איינקונפטן. עס איז יעצט אבער נישטא קיין פאדערונג צו אוועקלייגן א געוויסע סומע געלט יעדעס יאר.
די פארשלאג זוכט צו אוועקשטעלן א ציהל צו היטן אויף א מינימאלע באלאנס פון צום ווייניגסטנס 12% פון דער סיטי'ס שטייער איינקונפטן פון דעם פריערדיגן יאר אין דער עמערדזשענסי רעזערוו קאסע אדער אנדערע רעזערוו קאסעס. ביז מאי פון 2027, אויב די פארשלאג ווערט באשטעטיגט דורך וויילער, וועט די אפיס פון פארוואלטונג און בודזשעט (Office of Management and Budget), זיך דורכרעדנדיג מיט דעם קאמפּטראלער, פארעפנטליכן א פלאן דעטאלירנדיג וויאזוי דעפּאזיטס זאלן געמאכט ווערן ווען די קאסע איז אונטער דעם אוועקגעשטעלטן ציהל. דער פלאן וועט איבערגעארבעט ווערן ביז מאי 2030 און יעדע פיר יאר דערנאך. דעפּאזיטס קענען פארקומען אין לויף פון עטליכע יאר אדער אויסגעלאזט ווערן אין פינאנציעל-שווערע צייטן, און זיי וועלן נאכאלץ דארפן באקומען באשטעטיגונג דורך דעם מעיאר און דורך דער סיטי קאונסיל דורך דער נארמאלער יערליכע בודזשעט פראצעדור.
די פארשלאג זוכט אויך צו מאכן פערמאנענט אין סיטי געזעץ א סטעיט פאדערונג וואס באגרעניצט דאס ארויסנעמען געלט פון דער קאסע צו 50% פון דער באלאנס חוץ אויב דער מעיאר באשטעטיגט אן איבערצייגנדע פינאנציעלע סיבה.
די ענדערונגען וועלן אריינגיין אין קראפט אויף א באלדיגן פארנעם אויב און ווען עס ווערט פעסטגעשטעלט אז די וויילער האבן דאס באשטעטיגט."